וועלכע פיר הלכות פון חנוכה געפינען מיר אויך ביי די הלכות פון סוכות – דריי לויט אלע, און איינס לויט בית שמאי?
- סיי די חנוכה ליכט און סיי די סכך טארן נישט זיין העכער פון צוואנציג אמה, ווייל די אויג באמערקט נישט אזוי הויך.
- די חנוכה ליכט, די סכך און די נוי סוכה זענען אלע אפגעזונדערט פאר זייער מצוה, און מ׳טאר נישט הנאה האבן דערפון.
- מ׳זאגט גאנץ הלל יעדן טאג פון חנוכה און פון סוכות.
- די פרי החג ווערן יעדן טאג ווייניגער מיט איינס, און לויט בית שמאי ווערן אויך די חנוכה ליכט יעדן טאג ווייניגער מיט איינס.